ייִדישע װערטלעך
דערקלערט פֿון
סענדער שאָסטאַק
ייִדיש 101
אַ) אַז מען איז פֿױל, האָט מען ניט אין מױל
ב) אַז משיח װעט קומען װעלן אַלע קראַנקע
אױסגעהײלט װערן נאָר אַ נאַר בלײַבט אַ נאַר
ג) דער שלאָף איז דער בעסטער דאָקטער
ד) תּורה איז די בעסטע סחורה
ה) אַז די כּלה קען ניט טאַנצן זאָגט זי אַז די כּלי־זמרים
קענען ניט שפּילן
עס זײַנען דאָ אַ מוראַשקע און אַ שפּרינגער. די מוראַשקע אַרבעט אַ גאַנצן זומער – זי קלײבט עסן. דער שפּרינגער זינגט און זינגט און לאַכט אָפּ פֿון דער מוראַשקע. דער װינטער קומט. די מוראַשקע קען עסן אָבער דער שפּרינגער האָט ניט װאָס צו עסן. עס איז ניטאָ קײן עסן פֿאַר שפּרינגערס װינטערצײַט. מען זאָגט׃ אַז מען איז פֿױל, האָט מען ניט אין מױל.
ברוך־השם! משיח קומט אױף דער ערד! אַלע ייִדן גײ ען קײן ארץ-ישׂראל! אַלע צרות פֿ אַרשװינדן פֿון דער ערד! אָבער אין כעלם איז אַלץ אײנס! מען זאָגט׃
אַז משיח װעט קומען װעלן אַלע קראַנקע אױסגעהײלט װערן נאָר אַ נאַר בלײַבט אַ נאַר.
אַ קראַנקער גײט צום דאָקטער.
"אױ־װײ!" זאָגט ער אים "איך בין קראַנק!"
"נו? װאָס איז דער מער?" פֿרעגט דער דאָקטער.
"איך בין פֿאַרקילט. מײַן קעפּעלע טוט מיר װײ. מײַן נאָז און די אױערן טוען מיר װײ. דער רעכטער אָרעם און דער לינקער פֿוס טוען מיר װײ. אַפֿילו די צײנער טוען מיר װײ. דער גאַנצער גוף טוט מיר װײ!"
דער דאָקטער זאָגט׃
"הערט זיך אײַן! ליגט אין בעט, רוט זיך אָפּ און קלינגט מיר אָן אין דער פֿרי!"
אין דער פֿרי קלינגט דער קראַנקער דעם דאָקטער און זאָגט׃
"ברוך־השם! איך בין אױסגעהײלט!"
" גוט," זאָגט דער דאָקטער "צאָל מיר 5000 דאָלאַר. "
מען זאָגט׃ דער שלאָף איז דער בעסטער דאָקטער
עס איז דאָ אַ נגיד און אַן אָ רעמאַן. דער נגיד גיט ניט דעם אָרעמאַן. ער װױנט אַלײן. דער אָרעמאַן לערנט תּורה בײַ נאַכט און לערנט אױך זײַנע קינדער. ער האָט ניט קײן סך אָבער ער גיט װאָס ער קען. דער נגיד און דער אָרעמאַן װערן נפֿטר. קײן מענטש גײט ניט אױף דער שיבֿעה פֿונעם נגיד אָבער זײַנע קינדער קעמפֿן פֿאַר דער ירושה. די גאַנצע שטאָט גײט אױף דער שיבֿעה פֿון דעם אָרעמאַן און זײַנע קינדער לערנען תּורה. מען זאָגט׃תּורה איז די בעסטע סחורה.
עס איז דאָ אַ מאַן. ער פֿאַלט אַרױס פֿון שולע װײַל די לערערס קענען ניט גוט לערנען. ער זאָגט זיך אָפּ פֿון אַ שטעלע װײַל דער שעף האַסט אים. ער איז אָרעם װײַל די רעגירונג װיל ער זאָל זײַן אָרעם. מען זאָגט׃
אַז די כּלה קען ניט טאַנצן זאָגט זי אַז די כּלי־זמרים קענען ניט שפּילן